װעגן אונדז | Skolforskningsinstitutet

װעגן אונדז

דער אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג איז אַ מלוכישער אינסטאַנץ װאָס זאָל העלפֿן די אַרבעט-נעמערס אין די קינדערגערטנער, שולעס און אויסבילדונגען פֿאַר דערװאַקסענע צו פּלאַנירן, דורכפֿירן און אָפּשאַצן דאָס לערערײַ, ניצנדיק װיסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן און אַרבעטן. דער ציל פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג איז צו אָפּהיטן די אַנטװיקלונג און װיסן פֿון קינדער און תּלמידים און אויך צו פֿאַרבעסערן זײער רעזולטאַט אין דער שולע.

מיר זאַמלען צונויף די בעסטע צוטריטלעכע קענטשאַפֿט װעגן מעטאָדן און אַרבעטן װען עס קומט צו לערערײַ.

אַ װיסנשאַפֿטלעך לערערײַ פֿאָדערט אַז די לערערס באַניצן זיך פֿון בעסערע אינהאַלט, מעטאָדן און אַרבעטן. עס פֿאָדערט אויך אַז די אֶרבעט-נעמערס אין דער שולע לערנען זיך נײַע װיסנשאַפֿטלעכע אידײען און אַז מע, נאָך אַ קריטישער אויספֿאָרשונג, באַניצט זיך פֿון די דאָזיקע אידײען אין דעם לערערײַ. מע זאָל אָפּשאַצן די מעטאָדן און אַרבעטן צוזאַמען מיט די קינדער אָדער תּלמידים. אָט אַזוי קערט מען מאַכן זיכער אַז די מעטאָדן װירקן אויף די תּלמידימס אַנטװיקלונג און לערן-פּראָצעס.

די לערערס אין קינדערגערטנער, די לערערס אין דער שולע און די דירעקטאָרן טאָרן ניט באַזירן זײער אַרבעט אויף נאָר אײן שטודיע, װײַל זי קען ניט אַלײן געבן אַ פֿול בילד. אָבער עס איז אויך ניט מיגלעך פֿאַר אײן מענטש צו קענען אַלע נײַע װיסנשאַפֿטלעכע אידײען אין אַ ספּעציעלן ענין. פּונקט דערפֿאַר אַרבעטן דער אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג צו צונויפֿזאַמלען די רעזולטאַטן פֿון ס’רובֿ הײַנטצײַטיקער פֿאָרשונג װעגן מעטאָדן און אַרבעטן אין דער שולע. מיר באַניצן זיך למשל פֿון אַזויגערופֿנע סיסטעמאַטישע איבערבליקן. דאָס הײסט אַז מיר באַניצן זיך פֿון עטאַבלירטע װיסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן און אַז מיר װײֶַזן קלאָר יעדער טריט אין דעם פּראָצעס. מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט פֿאָרשערס אין דעם ענין. מיר אויספֿאָרשן פֿאַרשײדענע ענינים װעלכע האָבן צו טאָן מיט דער שולע. למשל די אַרבעט אין דער שולע אין אַלגעמײן, פֿאַרשײדענע ענינים װעלכע זײַנען געמײנזאַמע פֿאַר כּלערליי לימודים אָדער לערערײַ אין אַ ספּעציקיקן לימוד.

אונדזערע סיסטעמאַטישע איבערבליקן זאָלן זײַן אַן אונטערשטיצונג אין דער אַרבעט פֿון קינדערגערטנער און שולעס. איז עס װיכטיק פֿאַר אונדז צו צוהערן צו די לערערס אין קינדערגערטנער און שולעס און אַנדערע מענטשן װעלכע אַרבעטן מיט לערערײַ  כּדי צו אידענטיפֿיצירן זײערע באַדאַרפֿענישן און באַניצן זיך פֿון זײער קענטעניש אין דער אַרבעט מיט אַן איבערבליק. דער אַמט פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג באַשליסט װעלכע סיסטעמאַטישע איבערבליקן דער אינסטיטוט זאָל דורכפֿירן.

מיר טײלן אויס געלט צו פֿאָרשונג מיט אַ פּראַקטישן טעם

דער אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג אַרבעט אויך מיט אויסטײלן געלט צו הויך-קװאַליטאַטיװער פֿאָרשונג מיט אַ פּראַקטישן טעם װעגן ענינים װעלכע מע האָט ניט פֿריער אויסגעפֿאָרשט אויף אַזאַ אופֿן. די געלט זײַנען אַ װיכטיקע אונטערשטיצונג כּדי צו אַנטװיקלען און מאַכן זיכער אַז מע פֿירט אָן דאָס לערערײַ מיט אַ “װיסנשאַפֿטלעכן גרונד”.

פֿאָרשונג מיט אַ פּראַקטישן טעם קערט שטאַמען פֿון אי נײַגעריקײט אי אַ װילן צו אַנטװיקלען װיסנשאַפֿטלעכע טעאָריעס, אָבער די פֿאָרשונג פֿאָקוסירט אַלע מאָל אויף רעזולטאַטן װעלכע מע קען ניצן אין פּראַקטיק. די פֿאָרשונג אונטערגעשטיצט פֿון דעם אינסטיטוט מוזן זײַן רעלעװאַנט לויט די שולעס באַדאַרפֿענישן און פֿראָגעס. זי זאָל זײַן פֿאַר די אַרבעט-נעמערס אין שולעס און קינדערגערטנער און מע זאָל איר דורכפֿירן צוזאַמען מיט זײ. דער ציל איז צו אַנטװיקלען און פֿאַרבעסערן דאָס לערערײַ כּדי צו אָפּהיטן דאָס װיסן פֿון קינדער און תּלמידים. דערפֿאַר, זאָלן די פּראָיעקטן אונטערשעשטיצט פֿון דעם אינסטיטוט האָבן אַ רעלעװאַנטע אינהאַלט און אַ רעזולטאַט װאָס מע קען טעסטן און ניצן אין פּראַקטיק.

די פֿאָרשערס קענען אַרבעטן אויף פֿאַרשײדענע אופֿנים װען עס קומט צו פֿאָרשונג מיט אַ פּראַקטישן טעם און זײ קענען באַניצן פֿאַרשײדענע מעטאָדן. זײ קענען אויך דורכפֿירן די פֿאָרשונג אין כּלערלײ װיסנשאַפֿטלעכע שטחים און די פֿאָרשונג קערט גערן זײַן אַ געמיש פֿון פֿאַרשײדענע פּראַקטיקן. די פֿאָרשונג מוז זײַן אַ טײל פֿון דער אַרבעט אין די שולעס אָדער קינדערגערטנער און די אַרבעט-נעמערס אין די שולעס אָדער קינדערגערטנער קענען זײַן מיט-פֿאָרשערס. קענען די פּעדאָגאָגישע אַרבעטערס טײלן זיך מיט זײערע קענטשאַפֿט און איבערלעבונגען אין די פּראָיעקטן.

דער אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג פֿירט דורך אײן יערלעכן נאָכפֿרעג פֿאַר װיסנשאַפֿטלעכער אונטערשטיצונג. דער אַמט פֿון דעם אינסטיטוט באַשליסט װעגן דעם נאָכפֿרעג. דער אַמט קערן באַשליסן צו פֿרעגן נאָך פּראָיעקטן װעגן אַ ספּעציפֿיקן װיסנשאַפֿטלעכן שטח װוּ די װעלכע אַרבעטן אין די שולעס און קינדערגערטנער נײטיקט זיך אין רעלעװאַנטער פֿאָרשונג. אין אַזעלכע סיטואַציעס קאָנטראָלירן מיר אַװדאי די באַדאַרפֿענישן פֿון די שולעס און קינדערגערטנער. דער װיסנשאַפֿטלעכער ראָט בײַם אינסטיטוט פֿאַר שולע-פֿאָרשונג באַשליסט װי אַזוי מע זאָל אויסטײלן די מלוכישע געלט.